אַהרן וואַלדמאַן

אַהרן וואַלדמאַן איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע אין 1938. בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה איז ער געווען אַ פּליט אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. ווען די מלחמה האָט זיך געענדיקט, איז ער אַריבערגעפֿאָרן אין לאָדזש. אין 1948 איז ער אָנגעקומען אין פֿראַנקרײַך מיט זײַנע טאַטע־מאַמע, די ייִדישע שרײַבער משה וואַלדמאַן און מנוחה ראַם.

זײַן טאַטע האָט געחלומט אַז אַהרן זאָל ווערן אַ ייִדיש־שרײַבער, נאָר ער האָט אויסגעקליבן מעדיצין און האָט געאַרבעט ווי אַ ספּעציאַליסט אין שפּיטאָל און אין אַ פּריוואַטן קאַבינעט. פּאַראַלעל האָט ער זיך מיט התלהבֿות געלערנט שפּראַכן, צווישן אַנדערע העברעיִש און אַראַביש. ווען ער איז אַוועק אויף פּענסיע, האָט ער געטראַכט אַז ער קען איבערגעבן ייִנגערע דורות זײַנע קענטענישן פֿונעם מאַמע־לשון. אַזוי אַרום איז ער געוואָרן אַ ייִדיש־לערער אינעם מעדעם־צענטער און דערנאָך אינעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער.

אַהרן וואַלדמאַן איז אויך וויצע־פּרעזידענט פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער.